Forum Posts

Yiddish Videos
Aug 12, 2022
In General Discussion
זאאם וועבזייטל און עפפ איז געווארן זייערפאפולער אין לעצטע צוויי יאר יעדער געדענקט קאוויד און וואס זי האט אנגעמאכט אין די ביזנעס וועלט. איך פערזענליך האב עס אויך אנגעהויבן ניצן אויף פארשידענע וועגן, למשל דעם געדאנק אז מען קען שערן סקרין מיט א צווייטן ווי אויך אז מען קען רעקארדירן א מיטונג, דאס האט געמאכט א שטיקל באקוועמליכקייטן אין מיין ארבייט. איין טאג האב איך געזען אונטער די דזשי מעיל עפפ אויפן טאבלעט א אייקאן פון א ווידעא קאמערא עס האט מיר געטראגן צו גוגל מיט. (Google meet) עס האט געעפענט א ווידעא מיטונג ווי איך האב געקענט שערן סקרין, ווידעא, פרעזענטען, שרייבן, ממש אזוי ווי זאאם, און עס קומט מיט די זשי מעיל עפפ און עס איז מוראדיג גרינג צו אריינסיינען און זיך טרעפן אינעווייניג, אזוי ווי אלע גוגל עפפס. איך האב געהאט די אפציע צו רעקארדירן די מיטונג קען זיין ווייל איך האב א באצאלטע סאבסקריבשען ביי גוגל ווארק-ספעיס אבער וואס איך האב ליב געהאט איז אז גלייך ווען איך האב געענדיגט די מיטוג האט זיך די ווידעא געאפלאוד צו גוגלדרייוו אין איך האב עס נאכדעם געקענט שערן מיטן קליענט. אויף דערווייל איז עס זיכער עפעס וואס איך וועל ניצן אנשטאט זאאם הצלחה רבה.
0
0
0
Yiddish Videos
Jul 07, 2022
In General Discussion
היות מען האט שוין געשריבן דא וועגן פליפ פאונס וועל איך שרייבן בקיצור אן אפדעיט ווי איך האלט. איין טאג האב איך באגעגענט איינעם מיט א qin F21 pro סעל ס'איז מיר געפאלן האב איך אויך באשטעלט איינס פאר בערך $250 איך האב עס זייער ליב איך וועל שרייבן די מעלות און חסרונות, מעלות: עס האט א טאטש סקרין. וואויס טא טעקסט. עס האט אידיש, לשה''ק. עס האט א קלארע קעמערע. עס האט wase. אידישע לוח. סידור. וועטער. איבער אלעם עס קומט גע'כשר'ט. חסרונות: עס קען זיך דרוקן קנעפלעך בשעתן רעדן אויפן טעלעפאון (ווייל עס איז א טאטש סקרין) די סערוויס כאטש עס ארבייט מיט ווערייזען איז עס פון צייט צו צייט שוואכער. איך קען נישט טראכטן פון נאך א חסרון אבער דאס אז עס קען זיך סתם מעיאטען אדער דרוקן אנדערע קנעפלעך מאכט מיר היפש נערוועיז, לויט ווי איך פארשטיי האט די נייע מאדעל נישט דעם פראבלעם אדרבה אויב איינער האט עס לאזט מיר וויסן https://figkosher.com/ הצלחה רבה
1
0
8
Yiddish Videos
Jun 26, 2022
In General Discussion
שוין א גוטע דריי יאר וואס איך טוה מיך באניצן מיט FreshBooks אקאונטינג סאפטוועיר, היות איך זעה ווייניג מענטשן וואס וויסן פון דעם וועל איך שרייבן די בעסיקס און ווער עס וויל קען אויס טשעקן זייער פראדוקט וואס טוט עס. טיים טרעקינג - צו האלטן חשבון וויפיל צייט די לייגסט אריין אן א פראדזשעקט אינוואויסינג - שיינע און פראפעסיענאלע אינוואויסעס פעימענטס - מען קען עקסעפטן אלע מיני פעימענט אפציעס, זאל עס זיין קרעדיט קארד, ACH, פעי פעל, וכדו, פראדזשעק מענעדזשמענט - זייער באקוועם צו האלטן חשבון אויף א פראדזשעקט, ווי מ׳האלט, ווער דארף עס מסדר זיין, ווען עס ווערט מסודר, וויפיל געלט מען פארדינט דערויף, עקספענסעס - חשבון אויף די ביזנעס עקספענסעס ממש אטאמאטיש, דורכן קאנעקטען צום ביזנעס באנק אקאונט. קלייענס - זייער קלארע חשבון אויף אלע קליענטן. פראפאזעלס - מיילידזש טרעקינג - ריפארטס - מאביל עפפ, און נאך. פאר וועם איז עס. רוב פרילענסערס קענען באמת פארדינען דערפון ווייל מ׳לאזט דורך צענדליגער דעטאלן וואס מען פארזעהט אדער מ׳טראכט שפעטער צו אפשרייבן, אבער בפרט קלענערע קאמפעניס ווי: גרעפיקס דיזיינערס סאפטוועיר דיוועלעפערס סאשעל מידיע מארקעטערס און מענעדזשערס ריקארדינג סטודיאס וכדו, קענען ספעציעל הנאה האבן דערפון איך ווייס פון די אלע וואס האבן עס אנגעהויבן ניצן וויפיל קלארקייט זיי האבן באקומען אויף זייער קאמפעני אויב איינער האט א סעקרעטערי אדער אן אנדערע פראגראם וואס ער ניצט וואס ארבייט שוין איז נישט קיין תועלת צו טוישן, אבער איך זעה כסדר מענטשן בפרט אויף זייער סייד דזשאב ווי מען האלט קוים קוים חשבון און ווען איך האב אינוועסטירט די פאר דאלער א חודש פאר די פראגראם האב איך אנגעהויבן פארדינען מער פון מיין סייד דזשאב ווי פון מיין אפעציעלע דזשאב. וויפיל קאסט עס. אזוי ווי אלע די פראגראמען ווענד זיך וויפיל Users מען וויל האבן עס פאנגט זיך אן ביי ארום 10$ א חודש ביז ארום $50 א חודש, איך צאל $25 א חודש און איך בין זיך מחי׳ כ׳האב אנגעהויבן פילן ווי איך האב א קאמפעני. געווענליך האבן זיי די ערשטע 30 טעג פרי טרייעל עס צו פרובירן. לאזט מיר וויסן וואס איר ניצט… http://fbuy.me/tPFGo איר קענט עס דא אויסטשעקען
גרינגע אקאונטינג סאפטוועיר content media
0
0
11
Yiddish Videos
Dec 06, 2021
In General Discussion
איך האלט דא איז א גוטע פלאץ צו שרייבן דערוועגן. איך האב צוריק געטוישט לעצטענס צו א בעסיק פאון און פארן צוריק מאכן דעם טויש האב איך זיך זייער געמיטשעט, דהיינו? איך האב מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צום קי פעד פינעם פליפ פאון, און צו א 3G פאון קען מען אויך נישט צוריק גיין פון 4G ביי ווערייזען זיכער נישט. נאך אפאר שווערעקייטן וואס האבן געמאכט די נסיון גרעסער איז : די גוטע פאונס זענען זייער טייער. בלו טוט קענעקטינג אישוס. קאנטעקטס סינקינג אישוס. די קי בארד ווי אויבן דערמאנט. פלאץ פאר דרשות און מוזיק איז לימיטעד. דאס זענען בעסיק זאכן וואס נאר ביי די טייערע פליפ פאונס ארבייט עס כהוגן און אויך נישט אינגאנצען, מאכענדיג אביסל ריסערטש האב איך ערהאלטן א ליסטע פון עטליכע פאונס וואס די עולם ניצט און מ’קען עס אויסהאלטן. בעיקר איז פאפולער די vn220 וואס יעצט איז עס שוין כמעט נישט צום געפונען. נעקסט איז די Kyocera וואס האט א טייערע און אויך א ביליגע מאדעל, די טייערע האט א פלעש לייט א גוטע קעמערע גוטע בלו טוט קאנעקשן ווידעראום די ביליגע האט נישט קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע מעלות און עס האט א חסרון אז מען קען נישט אויסהערן קיין טעקסט וואויס מעסעדזשעס. מיט גרויס שמחה ביו איך געלאפן קויפן א נייע פאון פון די קאמפעני סאן ביעם sunbeam נאכן ליינען געוואלדיגע זאכן איבער דעם פאון אויף זייער וועבסייט. די הויפט זאכן זענען אז עס איז טאקע א פליפ פאון אבער עס האט א טאטש סקרין און מען קען פון דארט טייפן אויך עס האט א גוטע קעמערע און עס איז לכתחילה נישט דא קיין אינטערנעט עקסעס מיט נאך פארשידענע מעלות למעשה צו מיין גרויס אנטוישונג האב איך מיר באגיגנט מיט א אנזעץ פון א פאון, די קאנטעקטס סינקען נישט מיט די קאר דאס מיינט אז ווען איינער קאלט מיר ווען איך בין אין קאר קומט נישט ארויף די קאלער איידי, אויך ווען איך רעד אויף בלו טוט סיי אין קאר סיי אויף איר פאדס האקט זיך אפ די קאל נאך א מינוט צוויי וואס איך רעד, נאך א גרויסע פראבלעם ביים סערטשען ביי קאנטעקטס קומט ארויף אומריכטיגע נומערן איך האב ממש נישט געקענט אנגיין מיט דעם סעלפאון. איך האב געקאלט די קאמפעני זיי זאגן זיי ארבייטן אויף אלע פראנטן אבער פאר יעצט האב איך עס געמיזט צוריק שיקן למעשה ניץ איך די ביליגע Kyocera און איך בין שטאלץ צו האבן א פליפ פאון און ווי גרעסער די נסיון ווערט אלס קלענער ווערט די גרופע מענטשן וואס פארמאגן נאך אזא פאון און האפן צו האבן די ''פיס אוו מיינד" פון די פריערדיגע דור. אויב איינעק וויסט פון א גיטע פאון ביטע לאזו מיך וויסען א דאנק
1
0
27
Yiddish Videos
Nov 05, 2021
In General Discussion
ווי געשריבן אין די פארגאנגענהייט איז ממש א שאד פאר אלע וואס האבן א גוגל אקאונט נישט צו ניצן אלע נוצליכע גוגל עפס וואס דאס קומט אטאמטיש אויב די האסט א דזשימעיל אקאונט. די עפפ פון וואס איך שרייב היינט איז גאנץ באקאנט אבער מען ניצט נישט אויס די גיטע פאנקשענעלעטיס וואס דאס האט. גוגל וואויס גוגל וואויס איז א פראגראם וואס וועט ארבייטן צוזאמען מיט דיין אימעיל אקאונט נאר די דארפסט אויפסיינען דערפאר, אויסוועלן א נאמער אין פארווערדען צו א געהעריגע טעלעפאן דערנאך קענסטו באקומען קאלס אויף יענעם נומער. וואס איז די מעלה? די מעלות: די קענסט מאכן עס זאל גלייך גיין צו וואויסמעל ווען די ווילסט אדער טרענספערן צו פארשידענע אנדערע טעלעפאן נומערן מעסעדשעס קענסטו אויסהערן ווען די ווילסט אויף זייער א באקוועמע סיסטעם א פראפעסיאנאלע סאפטוועיר קענסט באַקומען מעסעדשעס אן קיין לימיט קענסט קאלן לאנג דיסטענס קענסט אפילו באקומען טעקסט מעסעדשעס צו יענע נומער און אויך אויף א קלארע וועג אויף אן אפ טא דעיט פעידזש אויך קען מען זען א טרענסקריפט פון די וואויסמעלס וואס קומען אן אין ענגליש ווי אויך קענסטו זייער גרינג ריקארדירן פאון קאלס אויף גוגל וואויס למשל א מענטש האט א קליינע ביזנעס און ער אפערירט דורך זיין געהעריגע סעל און ער וויל אז ביינאכט זאלן נאר פריוואטע מענטשן אים קענען רופן קען ער מאכן א גוגל וואויס נומער און דאס געבן פאר זיינע קאסטומערס און ער קען קאנטראלירן ווי די קאלס סאלן אנקומען אדער פארקערט למשל א בעל הבית וויל פון צייט צו צייט די ארבייט קאלס זאלן אנקומען צום ארבייטער, אויב האט ער נאר ארויסגעגעבן די גוגל וואויס נומער דארף ער סך הכל אריין לייגן דעם ארבייטערס נומער עס זאל ווערן אהין געטרענספערט די אלע זאכן קען טאקע רוב ביזנעס פאון ליין פראוויידערס טון מעניולי אדער אויטאמאטיש מיט נאך צענדליגע גאר גוטע פיטשערס, אבער בחינם איז גוגל וואויס די בעסטע אפציע קומענדיגע וואך וויל איך שרייבן איבער באהאלטענע פיטשערס אין גוגל מעפס, דערווייל האטס הנאה
2
0
10
Yiddish Videos
Oct 19, 2021
In General Discussion
דא האב איך אפגעשריבן צען גוטע עצות צו קענען אוועקלייגן געלט און עס זאל נישט אנקומען אזוי שווער, עטליכע טו איך אליין, און די איבריגע האב איך געזען אנדערע טון. 1. פאקטיש אנהייבן אוועקלייגן.🚦 איך האב געהערט א גוט ווארט, די בעסטע צייט צו איינפלאנצען א בוים איז געווען 10 יאר צוריק ווייל די וואלסט שוין יעצט געקענט האלטן אינמיטן עסען יענע פירות און די צווייטע בעסטע צייט צו פלאנצן א בוים איז טאקע היינט, איז אנשטאט טראכטן ווי גוט ס'וואלט געווען ווען די וואלסט שוין געהאט אוועק געלייגט אסאך געלט פאנג יעצט אן טוען למעשה. 2. טו עס די ערשטע זאך ביים באקומען דיין באצאלט. 💸 מיר אלע פירן זיך דאך צו געבן מעשר און יעדער ווייסט אוודאי די גרויסע סגולות, אבער אויך לערנט עס דעם מענטש אז נישט אלע געלט וואס ער באקומט באלאנגט בכלל צו אים, ממילא קען מען זיך דא אויך מיט די צייט צוגעוויינען דאס צו שפירן, איך האב דאס געהערט פון עטליכע מענטשן וויאזוי נאכן צוגעוויינען צו אוועקלייגן איידער מען הייבט עס אן ניצן האט זיי אויסגעלערנט ווי כאילו דאס געלט איז בכלל נישט זייער און עס מאכט עס זייער גרינג. 3. זען דעם סכום. ✨ אונז ווייס מיר אז א זאך וואס איז פארהוילן פונעם אויג גייט אריין א סימן ברכה אבער פאר א מענטש אליין זיך צו מארעוועיטן צו אוועקלייגן איז זייער גוט ער זאל קענען זען די נומערן ווי ער האלט שוין, און זען ווי שנעל עס קען זיך ריקן. 4. מאכן א קאנטעסט מיט א חבר. 👬 נאך אן עצה איז צו מאכן א קאנטעסט מיט איינעם וואס איז און דיין סירקעל, די זעלבע יארגאנג, זעלבע ארבעטס פלאץ וכדו' די סיבה איז דאך פשוט און די רעזולטאטן זענען נישט פשוט... 5. מאכן גאולס (צילן) . 🏆 א גאול איז זייער וויכטיג עס איז ווי געז אין א קאר, מען שרייבט עס אפ און מען ליינט עס יעדע אנהייב וואך בלי שום יוצא מן הכלל, מען קען נעמן א לוח און אויף יעדע פערטע וואך שרייבט מען א נומער וויפיל מען גייט האבן אוועקגעלייגט, עס איז איינס פון די שטערקסע זאכן אויב מען מיינט עס אמת׳דיג און בכלל געבט עס קלארקייט. 6. זיין רעאליסטיש. 🚀 אויב מען איז נישט רעאליסטיש קען מען מיאוס דורכפאלן אבער אויב מען קומט מיט רואיגע נומערן וואס מען קען טעכניש בסייתא דשמיא אראפנעמען וועט עס אסאך בעסער ארבייטן 7. בארגן, אוועקלייגן און אפצאלן.📮 מען דארף זיך גוט קענען דאס צו טאן אבער ביי אסאך איז דאס די איינציגסטע וועג, מען בארגט געלט למשל פון א חבר און מען לייגט עס אין גמ''ח אדער אין באנק, דערנאך באצאלט מען דעם חבר צוביסלעך יעדע חודש, און היות די האסט א חוב ביי דיין גוטן פריינט וועסטו עס גרינגער אפגעבן. 8. מאכן עס זאל אטאמאטיש ארויסגיין פונעם באנק אקאונט. 🏦 יעדע באנק האט שוין היינט דעם אפציע צו מאכן עס זאל אטאמאטיש ארויסגיין א באשטימטע סכום יעדע וואך אדער חודש מיט נאך אסאך פיטשעפקעס למשל יעדע מאל איינער שיקט א קוויק פעי פון א געוויסע סכום זאל אזא פראצענט גיין צו סעיווינגס אקאונט. 9. נעם דיר אינטער נאך א קליינע ארבעט. 📖 💻 נעם דיר אינטער נאך א קליינע ארבעט אפילו דו מאכסט נאר $150 א וואך דערפון אדער גאר $100 און די געלטער זאל בשום אופן נישט גענוצט ווערן. עס זאל בלויז אריינגעלייגט ווערן און די גמ''ח אדער אינעם סעיווינגס אקאונט. למשל די טראגסט דיר אן פאר א חבר צו אן רופן איין מאל א וואך אלע מענטשן וואס זענען אים שולדיג געלט, אדער פרייטאג נאכמיטאג קענסטו לערנען מיט א אינגעל וכדו'. עס קען זייער שנעל געשען אז דו וועסט עס וועלן טון פאר מער צייט אבער די קונץ פון דעם עצה איז אז די זאלסט עס נישט טון מער צייט נאר צוביסלעך בעטן מער געלט און אוודאי יענע געלט אויך אריין לייגן אין גמ''ח. 10. זיך באצאלן פראצענט. 💰 למשל פאר יעדע $2000 וועסטו זיך קויפן עפעס מיט א חלק פון די געלט, א ספר, א דעש קעם, air pods, סיי וואס עס וועט דיר געבן דעם שטופ, און מאך זיכער צו דערציילן פאר דיין גוטע חבר פארוואס דו האסט דיר יעצט ערלויבט דאס. געדענק! היינט איז די צווייטע בעסטע צייט צו פלאנצן דעם בוים.... הצלחה רבה
                                       ?ווי הייב איך אן מיטן אוועקלייגן געלט content media
3
0
16
Yiddish Videos
Oct 05, 2021
In General Discussion
Share your thoughts. Get started by commenting below.
1
0
8
Yiddish Videos
Oct 05, 2021
In General Discussion
We'd love to get to know you better. Take a moment to say hi to the community in the comments.
0
0
8
Yiddish Videos
Oct 05, 2021
In General Discussion
We want everyone to get the most out of this community, so we ask that you please read and follow these guidelines: Respect each other Keep posts relevant to the forum topic No spamming
0
0
11

Yiddish Videos

Admin
More actions