כינוס "אהבת תלמידים" פאר טויזענטער תלמידי וחסידי קאשוי
- YV
- Mar 4
- 4 min read
"אהבת התלמידים"
א היסטארישער צוזאמקום איז פארגעקומען זונטאג פרשת תרומה תשפ''ה, פאר תלמידי וחסידי קאשוי.
"כינוס אהבת התלמידים" א נאכט מלא רגש פאר די טויזנטער קאשוי תלמידים און ידידים זקנים עם נערים.
די מעמד פארגעקומען בליל ההילולא קדישא פון הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל אבד"ק קאשוי, וועלכער האט אויפגעשטעלט די בארימטע קאשויער ישיבה וואס איז שפעטער געווארן איבערגעפלאנצט אין אמעריקע, דורך תלמידו הנאמן וממלא מקומו מרן הגה"ק מקאשוי זי"ע בעל ברכת שמים, און ווערט ביז היינט געפירט ביד רמה דורך בנו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.
די כינוס האט ערשטמאליג צוזאמגענומען תחת קורת גג אחד, טויזענטער תלמידי וחסידי קאשוי פון איבער די פארגאנגענע 80 יאר על אדמת אמעריקא, פון תלמידים וואס האבן נאך געלערנט ביי הרה"ק מקאשוי זי"ע ביז די יונגע דור פון תלמידים וואס לערנען צווישן די ווענט פון די קאשוי ישיבה ביי להבחל"ח כ'''ק אדמו"ר מקאשוי שליט''א.
די מעמד האט זיך געעפענט מיט א נאסטאלגישע עקזיביט "בקודש חזיתיך" וואו דער ציבור האט געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א היסטארישע שפאציר בקורות ימי קאשוי באגלייט מיט אילוסטראציעס פון בניני קאשוי פונדערהיים ביז היינט בייגעלייגט מיט היסטארישע חפצי צדיק.
דאן איז פארגעקומען א פאנעל צווישן זיבן תלמידים פון די פארגאנגענע 80 יאר וואס האבן
דערציילט פערזענליכע זכרונות וסיפורים וואס זיי האבן מיטגעלעבט אין ישיבה און ביי קאשוי רב זצ''ל.
די קלימאקס איז געווען ביים ערשיינונג פון רבין שליט"א אין זאל ווען די עקסטאז ביים ציבור האלפים איז געווען גאר הויעך, ווען מען האט מיטגעהאלטן באשיינפערליך ווי די גאלדענע קייט ציהט זיך ווייטער און די לעכטיגע הרבצת תורה פונעם רבי'ן זצ"ל פארמאגט א גלאררייכע המשכה.
דאן האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי משה מנחם בלום שליט"א בנו חביבו פון קאשוי רב ז"ל וואס האט אויסגערופן הרבני הנגיד ר' שאול נח פרידעמאן שליט"א - דער עמוד התוך פון די קאשוי מוסדות די פארגאנגענע 50 יאר כולם שוין לטובה.
ר' שאול נח האט עלעקטארלאזירט דעם זאל מיט זיין פערזענליכע משפחה געשיכטע און שייכות צו קאשוי רב וואס גייט נאך צוריק פון ווען זיין מאמע איז געקומען קיין אמעריקא ווי זי איז געווען בעירום ובחוסר כל און קאשוי רב האט איר ארויסגעהאלפן אויפשטעלן א אידישע שטוב.
די ציבור האלפים זענען געכאפט געווארן אין שאק ווען הנדיב ר' שאול נח האט אינמיטן זיין דרשה ארויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א, און איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ליידיגע טשעק אונטערגעשריבן, זאגענדיג אז די צאל נדבות וואס קומען אריין לטובות המוסדות דורכאויס דעם גאנצן מעמד ביז די קומענדיגע וואך, זאל דער רבי אליינס אריינשרייבן אינעם טשעק, און ער וועט צושטעלן פולקאמע דעקונג דערויף צו פארדאפלען די גרויסע נדבות הציבור.
דאן האט כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט''א אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק והתעלות און דברי ברכה פאר די טויזנטער תלמידים.
דערנאך האט אויפגעטראטן הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד.
איבערצוגעבן פערזענליכע זכרונות וסיפורים וואס ער האט מקבל געווען פון הגאון הגדול ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל גאב"ד אנטווערפען וואס איז געווען זייער נאנט צו הרה''ק מקאשוי זי''ע.
אין אן איבעראשונג איז געמאלדן געווארן ביים מעמד איבער א פרישע ספר תורה וואס וועט געשריבן ווערן אין א פאראייניגטע שטימונג דורך כלל תלמידי וחסידי קאשוי לזכותו ולכן פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, און ביים מעמד האט דער רבי שליט"א אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם תורה,
דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט א פרעזענטאציע פון די לעצטע יארן פון די ישבה אראפגעזינגען דורך ר' יואל ברוין און די בארימטע חסידיש קאר ציזאמען מיט די כלי זמר,
דערנאך מיט רגש'דיגע טענץ בשירה וזמרה לכבוד שמחת התורה ולכבוד החתנים התלמידים.
ביים מעמד האבן זיך אנגעזען אויפן פראכטפולען צוויי שטאקיגע הערליכן בימת הכבוד א רייע רבני העיר ופני העדה צווישן זיי פון די וואס האבן געלערנט אין די קאשוי ישיבה ביי הרה''ק מקאשוי זי"ע און האלטן אן א נאנטע קשר,
צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן
די ברידערס כ"ק הגאוה"צ רבי שאול שלום שליט"א, הרה"צ רבי משה מנחם שליט"א, און אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי, אזוי אויך האט זיך אנגעזען,
האדמור"ם והרבנים מסערדאהעלי, צעהלים, סקולען וויליאמסבורג, יאוואזשנא, נאדבורנא פון בארא פארק, ווערדאן, תולעת יעקב, ספינקא-מאנסי שליט"א, אבד''ק בית שמואל, לימנוב, צאנז פון קרעניץ, בארדיטשוב, בית שערים באלטימאר, סאווראן, אפטא, ראצפערט, סיקסא, סטרעטין, טעטה, קארוב, קאזלאוו, קשאנוב, נאנאש, סטריא, קאריץ, אמרי אברהם, חלקת יעקב, קאפיש מאנסי, פריסטיק, קאמינקא, מאקאווא, ריינרוב, אדאני,
גיסו הרה''צ מטערצאל קרית קאשוי, דומ"ץ צעהלים שליט"א, ראה"כ צעהלים, הרה"ג רבי יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ קהלתינו, הרה"ג רבי יואל פאשקעס שליט"א מו"ץ בקיט"ל וראש כוללינו, הרה"ג ר' יחיאל מיכל קלאר שליט"א מו"ץ בית הוראה וויען, הרה"ג ר' שמעלקא פריעדמאן שליט"א-דומ"ץ בהתאחה''ר-וביה''ר פאפא, הרה"ג ר' יעקב דוב שפיץ שליט"א ר"מ בישיבת נועם אלימלך, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקיטיל בן ניסו הגה"צ אבד"ק פאיא שליט"א, הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א -דומ"ץ מישקולץ וראה''כ ספינקא, הרה"ג ר' יושע שערנפעלד שליט"א דומ"ץ ומרבני כולל טארטיקוב, הרה"ג רבי משה דוב שווייד שליט"א ר"ירמ בישיבת, הרה"צ ר' יעקב הערש ריבא שליט"א מאמשינוב, הרה"ג ר' שמואל זלמן קליינמאן שליט"א מנהל למען אחי, ועוד.
און די רמ"י ומרביצי תורה ומנהלי הישיבות.
די גאנצע מעמד איז געווען אהערגעשטעלט מייסטערהאפטיג אין די גיגאנטישע דאגגעל גרינהאוז פלאזא אין די ברוקלין נעווי יארד דורך די בארימטע YF פראדאקשען, אין שפיץ פון העסקן ר' יוחי פליישמאן הי"ו.
Comments