https://www.charidy.com/jerseycity ישט בלויז אונזער טרייסט דארפן זיי, נאר ענדערש אונזער הילף! קהלה קדושה גרינוויל אין דזשערסי סיטי, איז די נייע געגרינדעטע קהלה דורך א צאל העלדישע משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן פון די גרויסע און שטארק-קאנצענטרירטע אידישע צענטערן אין ניו יארק און פארמירט א זעלבסטשטענדיגע קהלה אין די גענצליך פרעמדע סביבה. ‘כל התחלות קשות’ איז אן אייזענער כלל, און אויך דא. אין די צייט וואס די פערזענליכע לעבנס פון די פאמיליעס האלטן זיך נאך אינמיטן סטאביליזירן, פלאגן זיך די ציבור’ישע אינסטיטוציעס נאכמער. דאס בית המדרש, תלמוד תורה און בית חינוך געפונען זיך אלע אין פראוועזארישע לאקאלן, וועמענ’ס קאנסעקוועצן לאזן זיך שטארק שפירן ביי די אלע פרישע איינוואוינער. די לעצטע שוידערליכע פאסירונגען, ווען קאלטבלוטיגע מערדער האבן צוגערויבט די לעבנס פון צוויי לויטערע נפשות פון די קהלה, האט געמאכט די ‘נייע’ קהלה אין דזשערסי סיטי, פאר די ‘ערשיטערטע’ קהלה פון דזשערסי סיטי. כדי צו שענקען פאר די ארטיגע איינוואוינער די מינימאלע געפילן פון היימליכקייט און ווארעמקייט, זיכערקייט און סטאביליטעט, פאדערט זיך אוועקצושטעלן די קהלה’ישע צענטערן – וועלכע ווערן גענוצט דורך די חברי הקהלה אויף א טאג-טעגליכע פארנעם שעפנדיג דערפון חיות און חיזוק – אויף שטאנדהאפטיגע יסודות; זיי חלש’ן צו זען זייער אנוועזנהייט אין שטאט אלס אן עמטליכע רעאליטעט. אן עמערדשזענסי קאמפיין איז אונטערגענומען געווארן צו שאפן 1 מיליאן דאלאר דאס אויסצופירן. מיר וועלן יעצט ערמעגליכן די באלדיגע אויפבוי פון א הערליכע בית מדרש, א מקוה מהודרת און תלמוד תורה מפואר. יעצט איז די צייט. די שטאטישע אינסטאנצן זענען יעצט אפן פאר די באדערפענישן פון די קהלה – אונזערע הערצער זענען אויך! כלל ישראל אומעטום רופן אויס צו זייערע ברידער אין דזשערסי סיטי: מיר זענען דא מיט אייך היינט! התנערי מעפר… ונבנתה עיר על תילה. יעדער לייגט היינט צו א האנט, און יעדער לייגט א ‘ציגל’; יעדער גיבט א הונדערטער!
top of page
bottom of page