Credits:
Composed, written and sung by Harmonica
Arranged, recorded, mixed and mastered by Menachem Freidman
Strings recorded by David Taub
Guitars by Avi Singolda
Backup vocals by Menachem Freidman and Nussi Teitelbaum
Cover art and lyric video by Sruli Tyberg
Special thanks to:
Hashem the Boss
Menachem the producer
Aber the manager
Yoni the partner
Shmueli the agent
Duvid the friend
Motti the secretary
Yossi the other secretary
Tzvi Yehuda the motivator
Leiby the real
Yossi the fan
Lyrics:
געזעצן בין איך דארט אויפ'ן בארג דעם שיינעם,
פון קינדערישע דאגות ווער דען טראכט.
ווען אונטער א לויטער הימל פליסט א קוואל א ריינעם,
און גרינע בלעטער איבער'ן קאפ וואכט.
שטיל זי דרימלט איין מיין מאמע לעבן,
שאדט נישט אויב איך גיי פאר איין מינוט.
כ'האב אלץ געוואלט זעהן וואס טוט זיך אפ אינעם טאל דערנעבן,
שנעל איך ווענד אהין מיינע טריט.
איך קלער צו זיך אליין,
שוין פארבלייבן דארט.
צו גראבן און געפינען מיינע גליקן אין דעם טאל.
פארגעסנדיג די קוואל פון מיין היים-ארט,
מיין מאמענ'ס קול איך הער מיטאמאל.
וואו,
וואו לויפסטו?
די גוטס פארלאזטו
אין דיין געלויף.
געלאפן בין איך אין וועלדל דעם געדעכטן,
געוויסע זאגן אז איך לויף נאך היינט.
צו וואס איך פלאן אױף מארגן און פון וואס איז געשעהן נעכטן,
און פונעם קול וואס מיין היים מיך דערמאנט.
צומאל אין וועג איך באגעגן טעג און יארן,
קומען צו לויפן קעגנאיבער מיר.
אין אן אויגנבליק זיי האבן אבער באלד אוועקפארן,
ווי גלייך זיי וואלטן קיינמאל געוועהן פריער.
מחשבות שווימען אויף,
מיין הארץ אוי עס ארט.
אפשר בארואיגן דעם געיעג, טרעפן דעם תפקיד פון אמאל.
אינדערהיים מיין טאטע זיכער אויף מיר ווארט.
טיף אין מיר א קול איך הער מיטאמאל.
וואו,
וואו לויפסטו?
די גוטס פארלאזטו
אין דיין געלויף.
וואו,
וואו לויפסטו?
די גאלד ליגט ביי דיר אליין אין הויף.
פרעג איך דיר
וואו,
ווי לויפסטו?
מיין ליבשאפט צו דיר איז אזוי גרויס.
און אויב שוין לויפסטו,
אנטלויף צוריק צו מיר אין שויס.
שובו בנים שובבים
שובו בנים שובבים
שובו בנים שובבים
שובו בנים שובבים
געזעצן בין איך דארט אויפ'ן בארג דעם שיינעם.
Commenti