The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער



The Shpoler Zeida | Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] דער שפאלער זיידע | מיכאל שניצלער די שיינע


פראיעקטן וועלכע ווערן אהערגעשטעלט מיט פראכט און תוכן אין "מחנה חיים ושלום מונקאטש" זענען א נחת און אינספיראציע פאר טויזענטער עלטערן, זיידעס-באבעס, און פאר די קינדער וואס לייגן אריין זייער הארץ און

געוואלדיגע כוחות, זיך מאכנדיג די בעסטע זיכרונות צו געדענקען אלעמאל.


די הערליכע פראיעקטן זענען אבער אויך געווארן גאר פאפולער ביי די גאנצע גאס, ווען אידן לעכצן צו באקומען גריסן פון די לעבעדיגע זומער בערג, וואו די קינדער וויילן דורכאויס דעם זומער און די פארלאנגען פאר מער, שטייגן פון טאג צו טאג.


ווי אין די לעצטע פיר זומערס האבן מיר אויך היי יאר אריינגעלייגט גרויסע כוחות, און די קינדער האבן פאכמאניש אויסגעשפילט דעם הערליכן נייעם ניגון דער שפאלער זיידע, פון די בארימטע אידישע אלבום 'לעבעדיגע ספר תורה' דורך דער בארימטער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער שי'. אליינס א זיידע פון באליבטע קעמפערס אין אונזער מחנה.


דער ניגון איז געווארן קאמפאזירט און געשריבן דורך הר"ר פנחס מרדכי וועבער שי'.


דער פראיעקט ווערט פרעזענטירט צו אייך דורך דער המחנכים, הרב וועלוול שמעלצער שליט"א - דער ראש המדריכים, און ר' בעריש ווייזער שליט"א - זיין סגן, וועלכע לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות דורכאויס דעם גאנצן יאר און ספעציעל במשך זומער אויף די הצלחה פון די קעמפ און מאכן זיכער יעדער יונגל באזונדער זאל שיינען מיט צופרידנהייט.


דער ניגון ווערט אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די אויסגעצייכנטע קינדער פון כתה זין, און זייערע געטרייע מדריכים ר' יואל שווארטצי שליט"א און ר' אהרן יודא ווייזער שליט"א.


א ספעציעלן דאנק צו ר' ארון ליב לענעראוויטש שליט"א, ר' אלימלך ליכטנשטיין שליט"א און צו אלע טאלאנטפולע מדריכים אין מחנה חיים ושלום מונקאטש.


קוקט און האט הנאה!

קרעדיטס


קאמפאזיציע און גראמען: פנחס מרדכי (פינקי) וועבער געזינגען דורך: מיכאל שניצלער, אין זיין לעצטיגע אלבוים 'לעבעדיגע ספר תורה'.


Follow Power On Studios https://instagram.com/poweronstudios?...

Follow, The Yiddishe Vinkel platform YouTube: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel Instagram: https://www.instagram.com/YiddisheVinkel

Telegram: T.me/YiddisheVinkel Twitter: https://twitter.com/YiddisherVinkel

WhatsApp: https://wa.me/18455792405?text=%20Join