top of page
Concrete Wall

Satmar Mental Health Awareness Asifah - Part 1 | בסאטמר התכנסו ודנו מה עושים עם חולי הנפש





Thousands of Satmar bal habatim of all ages packed the “V’Yoel Moshe” hall for the much-anticipated mental health awareness conference this past Sunday. This historical event was the first time the topic was discussed in the chassidish community in a public forum.


The frum professionals on the panel were from a variety of organizations and backgrounds and brought their professional experience to bring awareness to the community about mental health challenges. One of the important topics discussed was the signs parents should look out for in their children to know if their mental health is suffering, and how to address it right away.


R’ Zishe Ausch, world-renowned dayan and expert in mental health matters, spoke about the Torah perspective and halachos that come up when dealing with mental health matters.


The participants all left the event with the tools, information, and awareness to address mental health and the knowledge of when to reach out for help. Satmar is being praised for being the first to hold such an event, with the hopes that other communities follow suit.


ותשועה ברוב יועץ - וברוב עם!

טויזנטער אידן, מסלתה ומשמנה פון ק״ק סאטמאר, באַלאַגערן ״ויואל משה״ זאַלן פאַר נאָענט צו 4 שעה נאָכאַנאַנד ביי אסיפה אדירה איבער בריאות הנפש פאַררופן דורך צענטראַלע קהלה קדושה קהל יטב לב דסאטמאר

צום ערשטן מאָל אין די היסטאָריע וואָס די וויכטיגע נושא איז געוואָרן אַדרעסירט ברבים מיט אַ קלאָרן, ריינעם, ערליכן, תורה׳דיגן דערהער, לויט די לויטערע מסורה!

על פּי התורה אשר יורוך:

גאר ערנסטער טאָן און אחריות׳דיגער משמעות פון די אסיפה למען יסוד בתי בני ישראל אַרויסגעהויבן מיט הדרת כבוד׳דיגע ערשיינונג פון מרנן ורבנן חברי הבד״ץ ודיינים ורבנים דק״ק סאטאמר שליט״א

הרבנים הגאונים שליט״א באַשיינען דעם אויבנאָן בכבוד תורתם על פי התורה והמסורה והשקפה הטהורה

כל העם אשר במחנה:

פילע טויזנטער בעלי בתים און יונגעלייט, פון זקני העדה ביז פּרחי אברכי קהלתינו הק׳, הערן זיך צו איבער לעבנס-וויכטיגקייט פון היטן אויפ׳ן ״בריאות הנפש״

עלטערן שטיין גרייט מיט אָפענע אויגן אויפצוכאַפּן אינפארמאציע אין פאַל ס׳דאָ אַ פּראָבלעם צוטאָן וואָס איז ריכטיג למען טובת בריאותם ולמען עתידתם

הליכות עולם לו:

טאַפּנדע שטילקייט און ערנסטקייט שוועבט אין זאַל ביי נאָענט-צו-א-שטונדע דרשה נפלאה פון וועלט-באַרימטן מומחה בתורת הרפואה והלכה, הרה״ג רבי זושא אויש שליט״א, דומ״ץ דקהלתינו הק׳ לעניני רפואה והלכה ודומ״ץ וואולקאַן, מיט טיפזינגע פּונקטן בעוצם האחריות עפ״י תורה והלכה איבער די גאַנצע נושא פון בריאות הנפש

וחי בהם: קהלתינו הק' אויסגעלויבט דורך אַלע קהלות קדושות בישראל פאַר׳ן זיין ״וועג ווייזער״ אַדורכצופירן קריטישע אויפוואַכונג אין דער לעבנס-וויכטיגער נושא!

גרעסטע היימישע מומחים אין די וועלט פון תורת הנפש האַלטן טויזנטער געשפּאַנט ״העכער צוויי שטונדן״ מיט דראַמאַטישע אינפאָרמאַציע

פּאַנעל אַריינגעפירט דורכ׳ן יושב ראש המעמד הרה״ג ר׳ יצחק שווייד שליט״א, מדריך לחתנים בקרב מפעל ״בית נאמן״ בקהלתינו ויו"ר מפעל "כפיים"; שאלות געשטעלט דורך מוה״ר סענדר אורנשטיין הי״ו פּרעזידענט פון דער בארימטער ״רעליף״ ריסאָורסעס, אויספרעגנדיג גרעסטע לייבן אין מענטל-העלט וואָס זענען העפטיג אַקטיוו צו ראַטעווען טויזנטער אידישע קינדער פון די אַלע שוועריגקייטן און קאָמפּליקאַציעס

Comentários


bottom of page