Rav Mordechai Yehuda Direnfeld - Vzakei Lee | וזכה לי - הרב מרדכי יודא דירנפעלד



Nigun "V'zakeh Li"


A Warm and Dveykus filled Chassidishe Nigun sung by Mordechai Yehuda Direnfeld. Featuring the Shevach Choir R' Yossi Glick and Child Soloist Mendy Green. Enjoy the beautiful musical arrangements and outstanding composition from R' Mordechai Yehuda of Nigunei Skver.


ניגון וזכה לי א ווארימער חסידישער דביקות ניגון שיין אראפ געזינגען דורך די בארימטע "שבח" כאר אנגעפירט דורך הרב יוסף גליק פון "שבח סטודיאוס" און די סולנים הילד מענדי גרין ני"ו און הרב מרדכי יודא דירנפעלד שליט"א מיט די באגלייטונג פון הערליכע מוזיק פון די בארימטע גאלדסטרינגס פראדאקשענס


די ניגון פארמאגט צוויי ווארימע פעלער וועלכע ברענגען קונצליך ארויס די געפילן פון די ווערטער "וזכה לי לעשות רצונך בלבב שלם ומלטנו מן יצר הרע ותן חלקנו בתורתיך וזכנו כדי שתשרה שכינתך עלינו" (רבוש"ע בעת פתיחת הארון בשלש רגלים) און דערנאך גיסט זיך עס אריין אין א זיסע דביקות'דיגע פאל אן קיין ווערטער ארויס ברענגענדיג די שטארקע הרגשים און געגועים עס גיבט א געפיל פון די אלטע חסידישע פארברענג ניגונים וואס לאזט זיך זינגען איינמאל און נאכאמאל די ניגון ברענגט ארויס די געפילן ווי א איד גיסט זיך אויס דאס הארץ צום באשעפער און בעט זיך ער זאל אים קענען דינען מיט די גאנצע הארץ אנע נסיונות און פילן דאס זיסקייט פון די הייליגע תורה פארפאסט געווארן דורך המלחין הרב מרדכי יודא דירנפעלד פון די משוררים בבית סקווירא און איז געווארן ארויס געגעבן לכבוד די הייליגע טעג העלל"ט און איז שנעל געווארן אויפגעכאפט אלץ איינס פון די פראמינענטע ניגונים בבית סקווירא