top of page
Concrete Wall

Masbia's ED Alex Rapaport Visits Mesorah Farms Ahead of Passover Season




https://www.masbia.org/passover2023/ צוליב דעם גרויסן געברויך, לכבוד פסח תשפ"ג, פעלט זיך אויס פאר משביע איינצוקויפן קרוב צו א האלב מיליאן דאלער ווערד כשר-לפסח-פלייש (טשיקן). עס ליגט דעם חוב און אחריות אויף ר' סנדר רפאפורט פין משביע צו מאכן זיכער אז יעדע דאלער צדקה וואס די נדבנים שיקן אריין איז אויסגעניצט אויף דעם בעסטן וועג, סיי צו באקומען די בעסטע פרייז כדי צו קענען מחי' זיין ווי מער משפחות אויף יום טוב, סיי צו באקומען גוטע קוואלעטי סחורה, סיי צו באקומען סחורה מיט א גאר הויכע סטאנדערט אין כשרות משביע האט ארים געזיכט צו באקומען דעם בעסטן דיעל ביי אלע היימישע פירמעס פין שלאכט-היייזער. איז אויס געקומן אז די חסידישע יודן וואס האבען לעצטנס אפ-געקויפט א שלאכט הויז אין פענסעלוועניע זענן אריינגעקומן מיט דעם בעסטן דיעל. כדי צו טוהן דעם ארבעט בשלימות און מאכן זיכער אז דארט איז טאקע דעם בעסטן פלאץ פאר משביע איינצוקויפן לכבוד פסח. איז ר' סנדר אראפ געפארן צו דעם שלאכט הויז צו זעהן מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי דער פלאץ ארפעריט. דער פלענט רופט זיך מיטן נייע נאמען "מסורה" און איז אונטער דעם השגחה תמידית פין די "התאחדות הרבנים" און דעם אוי-יא. די נייע בעלי-בתים פין דעם פלענט האבן אריין געברענגט א פרישקייט אין דעם פלענט ברוחניות ובגשמיות. ביי דעם באזיך האט ר' סנדר געזען די שוחטים, חסידישע יודן, יראה השם באמת. די משגיחים זענען בודק צומת הגידין, קישקעס, בוקא דאטמא. די זאלצן ווערט געטוהן מיט שטיין זאלץ ממש מיט די אלע באקאנטע הידורים וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. ביים פאקן גייט פאר א געוואלדיגע ריינקייט. משביע האט לכבוד דעם באשטעלט דריי טרעלערס מיט פרישע כשר-לפסח פלייש. הגם אלעס וועט ווערן דערליווערט צו די משפחות שוין פארפרוירן דארך די דאר-דעש פירמע, איז די גענצע ארדער פין פרישע סחורה וואס איז גע'שחט'ן געווארן נאך פורים תשפ"ג.



Comments


bottom of page