top of page
Concrete Wall

Lev Leyeled: Chilu Posen Recounts a Fascinating Experience | ר יחיאל פאזען לב לילד




בס״ד אט האט איר א פולקאמע פרעזענטאציע פונעם גראנדיעזן מעמד הכרת הטוב פאר די הונדערטער איבערגעגעבענע וואלונטירן פונעם אלעמען באקאנטן ארגאניזאציע ״לב לילד״ וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט מאנסי דעם פארגאנגענעם מוצ״ש כי תשא העעל״ט. דער מעמד איז פארגעקומען צו אויסדרוקן אנערקענונג פאר די פילע פעולות וואס די וואלונטירן דורכאויסן יאר פאר ״לב לילד״. דא וועט איר הערן דברים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב, וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן דורך דעם אלעמען באקאנטן איש האשכולות, עסקן און משמח אלוקים ואנשים הרה״ח ר׳ יונתן שווארץ הי״ו, וואס האט אדרעסירט דעם ציבור פארזאמלטע און עלעקטרעזירט דעם זאל במתק לשונו, ערקלערנדיג וואס עס גייט אלס אריבער אויף די קינדער וועלכע גייען אדורך אזא סיטואציע ווען די שטוב צעטיילט זיך ר״ל, און האט געגעבן הדרכה פון אייגענער ערפארונג פאר די וואלונטירן. אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ שלמה זלמן גראס הי״ו, מנהל רוחני פון ת״ת סאטמאר, וואס איז אליינס א בעל ניסיון וועלכער איז דאס דורגעגאנגען אויף די אייגענע הויט, און ער האט דערציילט וויאזוי דאס קינדס לעבן טוישט זיך פון איין עק צום אנדערן נאכן דאס דורכגיין. די דרשה האט געהאט א גאר ווארעמע אפעקט אויפן ציבור פארזאמלטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן ווי אויפן פאדיום שטייט א חכם כבעל ניסיון און טוט ערקלערן בטוב טעם ודעת די וויכטיגקייט און סענסיטיווקייט מיט וועלכן מען דארף זיך באגיין ביים שענקען דאס הארץ פאר די קינדער. דאן האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ יוסף גרינוואלד הי״ו, מנהל אין פאפא, וועלכער האט געשילדערט ווי ער האלט מיט ערשטהאנטיג די גאר הייליגע און העראישע פעולות וואס דער מוסד ״לב לילד״ טוט, און די געוואלדיגע געפילן וואס אלע פארמישטע אינעם מוסד שפירן כלפי דעם הייליגן און קריטישער ארגאניזאציע. דאן האט מיט א באצויבערנדע דרשה אויפגעטרעטן דער באקאנטער בעל מנגן הר״ר יחיאל פאזען הי״ו וואס האט דערציילט אן אינטערסאנטע פאסירונג וואס ער האט ערשטהאנטיג בייגעוואוינט נאכן מיטהאלטן א שבת אינאיינעם מיט די ״לב לילד״ קינדערלעך. לב לילד פארמאגט איבער דריי הונדערט און פופציג איבערגעגעבענע וואלונטירן, מענער און פרויען צוגלייך, מיט לאקאציעס און צענטערן אין אלע אידישע שטעט איבער מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג, קרית יואל, לעיקוואד, און שיכון סקווירא, און נאך, וועלכע געבן זיך אוועק מיט הארץ און געפיל פאר די קינדערלעך, און טוען ביישטייערן זייער גאנצע נשמה און וועזן פאר די הצלחה פון די קינדערלעך. _______________________________ https://levleyeled.org Experience the grand appreciation event celebrating the numerous devoted volunteers of the esteemed organization "Lev Leyeled" in Monsey. This special occasion was held to recognize the countless activities these volunteers carry out year-round for "Lev Leyeled". Witness the captivating and heartwarming speech delivered by prominent activist and public figure R' Yonason Schwartz, as he engages the audience with his compelling words. He explains the impact on children in difficult home situations and offers valuable insights for the volunteers, drawing from his personal experience. Enjoy the insightful and powerful drasha given by Rabbi Shlomo Zalman Gross, Menahel of Satmar Cheider, who speaks from his own life experiences. He describes the transformative journey a child undergoes in such circumstances, emphasizing the significance and sensitivity of providing heartfelt support. Listen to Rabbi Yosef Greenwald, the Menahel of Pupa, as he shares his first-hand observations of the noble and valiant efforts of the "Lev Leyeled" organization and their unwavering dedication to every Jewish soul. Be captivated by the engaging speech from renowned singer R' Chilu Posen, leader of the "Hamezamrim Choir," as he recounts a fascinating experience he had while spending Shabbos with the "Lev Leyeled" children. Lev Leyeled boasts over 350 selfless volunteers, both men and women, with centers located in various Jewish cities throughout Monsey, Borough Park, Williamsburg, Kiryas Joel, Lakewood, and New Square. These compassionate individuals tirelessly contribute their hearts and souls to the success and well-being of the children they serve.



bottom of page