top of page
Concrete Wall

Hearts That Yearn - Your Heart - Your Child’s Heart דיין הארץ - דיין קינד׳ס הארץ הערצער וואס בענקען



Lirycs: Avrumi F.


״מכניסי רחמים״


און שפיטאל פול מיט זארגען

מיט פחד וואס גייט זיין מארגען

שטיי איך א טאטע מיט מיין טאכטערל און וויין


דאקטוירם מיט ווייסע קיטלעך

שפאנען געמיטלעך

דעם יזכיר לו מיט א הידור מקיים זיין


די הארץ איבערגעפילט מיט שרעק

אוי באשעפער נעם איר נישט אוועק

זי איז דאך מיין באליבטע טאכטערל מיין קרוין


און קאפ מחשבות רוישן

פארבינדענע הענט איך קען נישט טוישן

אלקים יושב על כסא מדון


מיינע ליפן טוט פארשטייפט ווערן

מיינע אויגן פארשוועמט פון טרערן

מיין הארץ איבערגעפילט עס פלאצט שוין ביז גאר


אנא אני בא מצערו של אבא

איך בעט זיך ביים רבוש״ע אויף להבא

מיין אומשילדיג שעפעלע׳ס לעבן הענגט אויף א האר


איך וואלט אלעס אויפצוגעבן

צו האלזען מיין קינד נאכאיינמאל ביים לעבן

אוי באשעפער פון ליבשאפט מיין הארץ צוגייט


וואס איז מיר מיין געלט ווערט

ווען מיין קינדס לעבן איז צושטערט

איך פארשטיי שוין וואס א טאטע׳ס ליבשאפט באדייט


ווען פלוצלינג עס בליצט מיר און מוח

זיך איינצוהאלטען קיין כח

צו מוז איך אנקומען צו א מצב אזוי שווארץ


ווי בין געווען נעכטען

איך וויל עס שוין אינגאנצען פארעכטען

מיין קינד נישט אוועקשטיפען פון מיין הארץ


איך פארשטיי שוין וואס איז וויכטיג

איך וועל שוין זיין אויפריכטיג

און מיינע קינדער האלטען אייביג נאנט צו מיר


טראץ מיינע געשעפטען

פארקוקען אויף נערישע געפעכטען

מיינע קינדער האבן אייביג אן אפען טיר

—-

״נחנו בידך״


טאטע זיסע בורא רפואות די היילער

ביזט דאך א מפליא לעשות פארציי-מיר

דיין רעכטע האנט מיט חסדים שוין ווייז-מיר

איך האב געכאפט די מעסעדזש גלייב-מיר


מיט ליבשאפט האסטו מיר צו מיין תפקיד אויפגעוועקט

דורך א צרה מיין ליבשאפט אויפגעדעקט

דיין ענדלאזע ליבשאפט צו מיר האסטו אנטפלעקט

און מיר דיין בן יחיד דערמיט האסטו באדעקט


״חייקל בעל עגלה״ מיכאל


הערטס מיר טייערע ברודער און שוועסטער

זייט אויך בוחר און די וועג די בעסטער

און נעם מיין צרה פאר דיר אלץ א מוסר

זאל מיין אויפואכונג זיין א פאר אייך א מוסטער


עפען דיין הארץ דעם באשעפער׳ס ליבשאפט אנפילען

און לאז שוין דיין הארץ פליסען מיט געפילען

טוה נישט דיין געלעגענהייט אזוי גרינג פארשפילען

און גיב פאר דיינע קינדער דיין ווארימקייט שפירען


ווארטס נישט זיך אויפצוועקען נאר דורך צער

דיין טיפע ליבשאפט שוין אויפשפאר

פתח להם פתח עפן זיי א שער

כי איך אעלה אל אבי, והנער איננו איתי, וואס וועסטו ענטפערן דיין גרויסען האר.


לייג אוועק דיינע דאגות און מניעות

לאז נאך פון אפהאלטן און פניות

כי עיניהם פון דיינע קינדער לך תלוית

זיי טוען דערצו לעכצען, פארוואס ווארטסו אויף קרעכצען, הייב אן היינט שוין טוה-עס


איר האט דאך גארנישט וויכטיגער און לעבן

איז דען דאס נישט אייער איינציג שטרעבן

דאן דארפט איר זיין גרייט אלעס אויפצוגעבן

און נאר צו אייערע קינדער זיין איבערגעגיבען


פארגעס נישט פון דיין אמת׳ע ריכטיגע ציל

און דאן וועט דיר נישט פלאגען קיין חרטה געפיל

איר וועט מיט שטאלץ וויסן קלאר איר האט געווינען דעם שפיל

און לנצח נצחים געכאפט דעם בעסטען דיעל


״ושבו בנים לגבולם - שלמה׳לע״


גלייבטס מיר עס לוינט, קיין מוה און פלאג נישט שוינט, כאפ שוין פון לעבן די פוינט,

דאס איז די תכלית, עס פעלט נישט אויס קיין מחלות, ותשחק ליום אחרית.

הייב שוין אן היינט, שטרעק אויס דיין האנט, זעה ווי זייער פנים אויפשיינט, די אינוועסמענט איז דאך קלאר און אזוי קראנט, זייט מער נישט אייער אייגענע פיינט.


מיין קינד האב נישט קיין שרעק, איך ווארף דיר נישט מער אוועק, מיין ליבשאפט איז אן א ברעג, מיט מיינע פליגלען דיר איך צודעק,

תקע בשופר טאטע בקול רם, כי בחרת בנו מכל עם, ופרוש עלינו באהבה רחבה מיני ים, ושבו בנים לגבולם






bottom of page