ר' יואל רוטה - טאטע | Tata - Music Video by R' Yoel Roth
- YV
- Aug 22, 2024
- 1 min read
ר' יואל רוטה - טאטע | Tata - Music Video by R' Yoel Roth
טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד,
דער יצר הרע ברענט און בריעט,
ער לאזט מיר נישט אפ,
ער ווארפט מיר כסדר אראפ.
טאטע, וויפיל איך פרוביר,
עס געבט זיך גארנישט קיין ריר,
איך ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר.
טאטע.
איך בין אזוי צעבראכן,
אזוי ווייט בין איך פארקראכן,
מיין נשמה, צעשניטן און צעריסן,
אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט.
אוי טאטע,
איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן,
ווער קען מיין נשמה פאררעכטן,
יעדן טאג, איך ווער נאר ערגער פון נעכטן.
טאטע, איך גיי טון וואס דער רבי זאגט,
רעדן צו דיר יעדן טאג,
דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג.
טאטע, די עצה פון רעדן צו דיר,
דערציילן א יעדע ריר,
קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר,
טאטע.
דער רבי טוט אונז דערמאנען,
קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען,
מען דארף זיך מיט'ן אייבערשטן אויס'טענה'ן,
נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצע לעבן.
טאטע, איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן,
איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן,
איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן.
Produced and Edited by: Lazer deutsch
Filmed and directed by: power on studios
Creative Director Sruli Heskel
Coller Grated by: Laiby leonorovitz
A special thanks to:
Lipa Brach
CME - Chaim Meir Erps
To donate a video please call or WhatsApp 929.310.7908
This video was sponsored by:
KB Group
845.637.5367 | office@kbmanagementny.com
All your upstate building & management needs
Visit Our Website ~ https://www.breslevcenter.com
איר קענט האבן די געוואלדיגע זכות פון ארויסהעלפן די ישיבה
Comments