פארלאפענעם א' סליחות האבן זיך הונדערטער אידן חסידי סאטמאר תלמידים ומעריצים מיטגעפרייט בחוצות עיר וויליאמסבורג בשמחת התורה ביים מעמד נהדר הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לזכר נשמתו פון כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל און מחברתו די רעבעצין ע"ה.
זונטאג א' סליחות, האט מען שוין אין די פריע נאכמיטאג שעות אנגעזען א גרויסן ציבור זקנים עם נערים מלובש בבגדי שבת, וועלכע האבן באלאגערט דעם בית וועד לחכמים דער שטוב פונעם בארימטן תומך תורה הרבני הנגיד ר' אברהם ברוך גאדינגער שליט"א אויף ראדני סטריט, הארט נעבן דעם גרויסן ביהמ"ד,
וואס איז געווען הערליך שיין צוגערישט לכבודה של תורה, און מן האט געהאט די זכיה אז מערערע גדולי האדמורי"ם והרבנים האבן אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך געפראוועט א לחיים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מצעהלים, וויען, אב"ד סאטמאר ירושלים, יעמרינג, נייטרא וומ"ב, און נאך.
באזונדער האט מען מקבל געווען פני קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אריינשרייבן די אותיות, דאן האט דער רבי שליט"א אפגראכטן א לחיים, און פארטיילט שיריים פאר'ן בעל האכסניא, און אנגעוואונטשן פאר הרבנים הגאוה"צ שליט"א קינדער פונעם ראב"ד זצ"ל.
נאכן גולל זיין איז דער ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, דורך די געהויבענע שוואגער'ס פונעם ראב"ד זצ"ל, הרה"צ הישיש מוה"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל, ואחיו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א,
ווען א ריזן ציבור טאנצט צוזאמען אויף די גאס לקול תרועת המזמרים.
ביים אנקומען צום ביהמ"ד האבן די טענץ גובר געווען ברוב שמחה, בשעת ווען דער ביהמ"ד ווערט איבערגעפילט מן קצה אל קצה.
צוערשט האבן געטאנצן די געהויבענע קינדער פונעם ראב"ד, הרבנים הגאוה"צ, און נאך פילע רבנים און חשובי העדה,
סוף טאנצן איז ערשינען האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיט'ן ס"ת, און דערנאך צוזאמען מיט די חשובע קינדער פונעם ראב"ד זצ"ל.
דערנאך איז הרבני הנגיד מוה"ר עוזיאל גאדינגער הי"ו נתכבד געווארן אריינצולייגן דעם ספר תורה אין ארון הקודש, בשעת דער ציבור זינגט בעוז ותעצומות "שאו שערים ראשיכם". דאן האט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור.
======
Text credit
Comments