top of page
Concrete Wall

אייזיק ראזנבלאט - זיך אליין | Isaac rosenblatt - Zich alein




A Lucktion Production


Zich Alein

By Isaac Rosenblat


Music & BV by: Isaac Gluck @Luktion Production


Mixed and mastered by Gershy Schwarcz @Edgware Studios


lyrics:

וואס זאגסטו אויף אזא מציאות

אזא זמן אזא חיות

ווען יעדער וועט יעדעם פארשטיין

און יעדער וועט נאר זיין זיך אליין

קיינער וועט קיינעם נישט פלאגן

קיינער האט נישט קיין חיסרון

פארשטיין אז מיר זענען איין

און יעדער וועט נאר זיין זיך אליין

מ'דארף נישט אזוי פול איבערטראכטן

אלע זאכן וואס מיר מאכן

און ווען מען טוט פון דעם בארג אראפ פאלן

פון די וועלט נעמט מען זיך לאכן

ווייל א מענטש וואס פארשטייט

אז וואו ער שטייט און ער גייט

די שכינה דארט אים מ'באגלייט

ווייל אין יעדע פלאץ אין יעדע מקום

א רואיג ווינטל א ווילדע שטורעם

אייביג וועסטו זייַן זיך אַליין

וואס זאגסטו אויף אזא צייט

ווען אונז באלאנגען מיר אויף די זעלבע זייט

יעדער האט זיין אייגענע חן

און יעדער וועט בלייבן זיך אליין

Comentarios


bottom of page